Mit Farmachta Oigen - מיט פארמאכטע אויגן lyrics

by

Hava Alberstein - חוה אלברשטיין


מיט פאַרמאַכטע אויגן
הערסטו נענטער דעם ים
מיט פיבערנדיקע פינגער
פילסטו גרינגער דעם גראם
די גאָלדענע פּאַווע
דערקענסטו אין פלי
אוןאַ בענקשאַפט ווערט שענער
ווען זי איז פון נישט-הי
אוןאַ בענקשאַפט ווערט שענער
ווען זי איז פון נישט-הי

די מידקייט ווערט מידער
ביי דער שוועל פון א הויז
ווען דו קניסט פילסטו שאַרפער
אַז גאָט איז גרויס
גאָט כביכול איז גרויס
הייַנט פּונקט ווי אַמאָל
נישט ווייַל ער דונערט אין הימל
נאָר ווייַל ער כליפּעט אין טאָל

אַז וווֹיל איז צו דעם
ווָאס האָט דאָס כליפּען דערהערט
דיר איז אַזאַ הערונג
געוועזן באַשערט
און אַ טרער איז געפאלן
אין דיין געמיט
און מיט וווּנד און מיט וווּנדער
זיך צעבליט אין דייַן ליד
A B C D E F G H I J K L M N O P Q R S T U V W X Y Z #
Copyright © 2012 - 2021 BeeLyrics.Net